אהרן טווערסקי פון טשערנאביל
רבי אהרן טווערסקי | ||
---|---|---|
טשערנאבלער רבי | ||
געבורט | ה'תקמ"ד טשערנאבל | |
פטירה | ח' כסלו תרל"ב | |
קבורה ארט | טשערנאבל | |
חסידות | טשערנאבל | |
הויף ארט | טשערנאבל | |
נומער אין דינאסטיע | דריטער | |
פאריגער | רבי מרדכי טווערסקי | |
נאכפאלגער | רבי ישעיה משולם זושא (זון) | |
פאטער | רבי מרדכי טווערסקי | |
מוטער | שרה פון קארלין | |
קינדער | חיה שרה, פערל | |
קינדער 2 | מנחם נחום פון לאיעוו, ישעיה משולם זושא פון טשערנאבל ברוך אשר, פייגא פרידמאן |
רבי אהרן טווערסקי זצ"ל (ה'תקמ"ד - ח' כסלו ה'תרל"ב), מגיד פון טשערנאבל. דער דריטער טשערנאבילער רבי.
לעבן געשיכטע
אפשטאם
רבי אהרן איז געבוירן אין טשערנאבל אין יאר ה'תקמ"ז, צו זיין פאטער רבי מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן (הגדול) פון קארלין.
רבנות
ווען רבי אהרן איז נאך געווען א יונגערמאן האט זיין פאטער אים באפוילן ער זאל שוין אנהייבן פראווען רעביסטעווע, און ער האט דעמאלס אויך באקומען סמיכה פון רבי ברוך מעזשביזשער. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי אהרן איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט.
רבי אהרן איז געווען דער פרעזידענט פון דער צדקה קאסע רמבעה"נ, און ער האט אסאך געטוהן פאר דעם יישוב פון ארץ ישראל.
הסתלקות
רבי אהרן איז נפטר געווארן ח' כסלו ה'תרל"ב, און ער ליגט אין טשערנאביל.
פאמיליע
רבי אהרן האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב גדליה פון ליניץ, דער פארפאסער פון דעם ספר תשואות חן. זייערע קינדער:
- מרת חיה שרה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב ישראל, א זון פון הרב יצחק אייזיק פון דובראוונא, און אן אייניקל פון הרב נחמן מברסלב און בזיווג שני די ווייב פון הרב שלמה גאטליב פון לודמיר, א זון פון הרב משה גאטליב, פון לודמיר, א זון פון רבי שלמה פון קארלין.
- מרת פערל, די ווייב פון הרב יצחק פון בערעזנא, אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער.
בזיווג שני האט רבי אהרן געהייראט א טאכטער פון הרב צבי פון קאריסטשאוו, א זון פון הרב אברהם פון קאריסטשאוו, אן איידעם פון מאור עינים.[1] (לויט אן אנדערע ווערסיע האט רבי אהרן געהייראט בזיווג שני מרת סימא חישא א טאכטער פון הרב אהרן טיטיעווער[2]). זייערע קינדער:
- הרב מנחם נחום טווערסקי (ה'תק"ע - כ"ז שבט ה'תרל"א), נפטר געווארן ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט.[3]
- הרב ישעיה משולם זושא טווערסקי ( - כ"ח תמוז ה'תרמ"א), ממלא מקום פון פאטער, מגיד פון טשערנאביל.
- הרב ברוך אשר טווערסקי ( - כ"ב סיון ה'תרס"ה).
- מרת פייגא ( - ב' כסלו ה'תר"ם), די ווייב פון הרב דוד משה פרידמאן, פון טשארטקאוו.
זעט אויך
רעפערענצען
- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
- ↑ ספר מאורי אור, און יצחק אלפסי, תורת החסידות
- ↑ אהרן דוד טווערסקי, ספר היחס מטשרנוביל
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 117, ירושלים תשנ"ה