12טן מערץ
מראה
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | |||||
3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 |
10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 |
17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 |
24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 |
31 | ||||||
לוח פאר 2024 |
דעם 12טן מערץ איז דער 71סטער טאג פון יאר (72סטער טאג אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 294 טעג.
היסטארישע געשעענישן
- 1514 - דער קעניג פון פארטוגאל שיקט אן עלעפאנט צום פויפסט.
- 1877 - דאס פאראייניגטע קעניגרייך אנעקסירט טראנסוואל.
- 1884 - דאס קאקא קאלא געטראנק ווערט פארקויפט צום ערשטן מאל אין פלעשער.
- 1904 - געענדיגט גראבן דעם טונעל (וואס האט געדויערט 30 יאר) אונטערן האדסאן טייך, וואס פארבינדט די שטאט זשערסי מיט ניו יארק
- 1913 - קאנבערע פראקלאמירט די הויפטשטאט פון אויסטראליע.
- 1938 - דער אנשלוס: זעלנער פון נאצי דייטשלאנד מארשירן אריין אין עסטרייך.
- 1944 - צווייטער וועלט קריג: די רויטע ארמיי באפרייט די שטאט אומאן.
- 1967 - סוהארטא כאפט די הערשאפט פון אינדאנעזיע.
- 1968 - מארישעס באקומט זעלבשטענדיקייט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
- 1999 - דריי לענדער פונעם געוועזענעם ווארשע פאקט - פוילן, טשעכיי און אונגארן - צושטיין צו נאט"א.
געבוירן
- 1824 - גוסטאוו קירכאף, דייטשער פיזיקער (געש' 1887)
- 1881 - מוסטאפא קעמאל אטאטורק, טערקישער פאליטיקער, גרינדער און ערשטער פרעזידענט פון דער טערקישער רעפובליק (געש' 1938)
געשטארבן
- 1507 – טשעזארע בארדזיע, איטאליענישער פאליטיקער (געב׳ 1475)
- 1925 - סון יאט סען, ערשטער פרעזידענט פון דער כינעזישער רעפובליק (געב' 1886)
- 1999 - יהודי מענוחין, פידלער (געב' 1916)