ישיבה
א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. אנדערש וואו א לערנען ארט פאר יונגעלייט נאך די חתונה וואס מען רופט "כולל".
ישיבה בחור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א ישיבה-בחור איז א יידישער יוגענטליכער עלטער פון 13 יאר וועלכער לערנט אין א ישיבה.
סארטן ישיבות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישיבה גדולה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א ישיבה גדולה איז א ספעצילע שולע פאַר ערוואַקסענע בחורים אין עלטער פון 17 יאר און העכער ביז די חתונה (בערך 20) צו לערנען יידישע שריפטען ווי די תורה, גמרא און מפרשים.
ישיבה קטנה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישיבה קטנה - פאַר ערוואַקסענע אין עלטער פון 14 ביז 17.
אנטוויקלונג פון ישיבות אין דער היינטיגער עפאכע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סארט ישיבה וואס מען זעט היינט שטאמט פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואס רבי חיים וואלאזשינער, א תלמיד פונעם ווילנער גאון, האט געגרינדעט אין תקס"ב. ביז דעמאלסט האבן בחורים געלערנט אין א ישיבה אין דער שטאט וואו זיי האבן געוואוינט. אין דער וואלאזשינער ישיבה האבן געלערנט בחורים וואס זענען געקומען קיין וואלאזשין פון דערווייטענס צו לערנען אין דער ישיבה.
ליסטע פון ישיבות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ישיבת בית יוסף (גייטסהעד)
- עץ חיים (ירושלים)
- עץ חיים (בעלגיע)
- עץ חיים (לאנדאן)
- ישיבת עץ חיים (וואלאזשין-בעלארוס)
- ישיבה גדולה סאטמאר (קווינס)
- ישיבה גדולה סאטמאר (קרית יואל)
- ישיבת תורת משה (סאטמאר), מאנטרעאל