באריסלאוו
|
באריסלאַוו (אוקראיניש: Борислав; פּויליש: Borysław) איז א שטאט פלאצירט אויפן טיסמעניץ טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 32,040 (אין 2022).
פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]באריסלאוו געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 74 ק"מ דרום־מערב פון לעמבערג, 34 ק"מ מערב פון סטרי און 10 ק"מ דרום־מערב פון דראהביטש.
יידישע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1900 האבן געוואוינט אין באריסלאוו 5,950 יידן.[1] ביז 1928 איז באריסלאוו געווען א טייל פון דער דראהביטשער קהילה.[2] פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן געוואוינט אין דער שטאט עטלעכע 13,000 יידן.
באקאנטע מענטשן פון באריסלאוו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שבח ווייס (געב' תרצ"ה), ישראלישער פאליטיקער
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אדמיניסטראטיווע אפטיילן פון לעמבערגער גובערניע, אוקראינע | ||
---|---|---|
אדמיניסטראטיווער צענטער: לעמבערג | ||
ראיאנען | ||
שטעט | געגנטשטעט: באריסלאוו · דראהביטש · טריסקעוויץ · לעמבערג · מארשין · סאמבאר · סטרי · קריסניפאליע · ראזלע | |
שטעטלעך | ||
דערפער |