לדלג לתוכן

זעלדע

פֿון װיקיפּעדיע
זעלדע
קיין פריי בילד
געבורט 20 יוני 1914
דניפרא, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 30 אפריל 1984 (אלט 69)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאָווסקי (כ״ו ניסן תרע״דכ״ח ניסן תשמ״ד), באַקאַנט מיטן נאָמען זעלדע, איז געווען אַ ישראלישע חרדישע דיכטערין.

געבאָרן אין קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) אוקרײַנע, צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר׳ דוד צבי חן (דער רד״ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַװאוסטער חן פאַמיליע. איר פאָטער ר׳ שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר׳ ברוך שניאור שניאורסאָן, און אַ ברודער פון ר׳ לוי יצחק שניאורסאָן – דער פאָטער פון דעם ליובאַוויטשער רבין.

איר פאָטער ר׳ שלום שלמה און איר זיידע דער רד״ץ – וועלכע זײַנען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גײַסטיקן אײַנדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת‏־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב״דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.