סנהדריה מורחבת
גרינדונג דאטע | 1970 |
---|---|
שטח | |
קאארדינאטן | 31°48′07″N 35°13′05″E / 31.802017°N 35.217962°E קאארדינאטן: 31°48′07″N 35°13′05″E / 31.802017°N 35.217962°E |
סנהדריה מורחבת איז א חרדישער געגנט אין ירושלים, ישראל. די טייטש פונעם נאמען איז "פארברייטערטע סנהדריה".
דער געגנט איז געגרינדעט געווארן אין 1970 ווי א צפונדיקע פארברייטערונג פון סנהדריה. דער הר חוצבים אינדוסטריעלער קאמפלעקס געפינט זיך נאענט צום געגנט. דער געגנט איז קיילעכדיג.
אין 2007 האט די געגנט געהאט 784 דירות.
שבת און יו"ט איז דער געגנט פארמאכט צו אויטא פארקער.
יד שרה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1976 האט אורי לופאליאנסקי, אן איינוואינער אין סנהדריה מורחבת, געעפנט איז זיין דירה א גמ"ח צו בארגן מעדיצינישע הילפן. במשך די יארן האט דער גמ"ח זיך אנטוויקלט אין דער ארגאנציזאציע יד שרה אויפן נאמען פון לופאליאנסקי'ס באבע, וואס איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע. היינט איז יד שרה א גרויסע ארגאניזאציע אין גאנץ ישראל וואס באזארגט דינסטן צו מענטשן מיט פאך־באגרענעצונגען. אין 1994 האט יד שרה באקומען די ישראל פרעמיע. .
נחל צופים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לעבן סנהדריה מורחבת רינט דאס טייכל נחל צופים, וואס פליסט אריין אין נחל שורק. אויפן דרום ברעג פון נחל צופים איז דא א בארגאראפ מיט טעראסעס פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש וואו מען האט געפלאנט ביימער.
-
מעגלי הרי"ם לעווין גאס
-
מעגלי הרי"ם לעווין גאס
-
שילד פון מעגלי הרי"ם לעווין גאס ביים ראג ים סוף גאס ביינאכט
בארימטע איינוואוינער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]31°48′07″N 35°13′05″E / 31.802017°N 35.217962°E
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יד שרה היימבלאט (ארכיווירט 18.12.2012 ביי Archive.today) (אויף העבעריש)