לאוער איסט סייד
לאוער איסט סייד איז היינט-צו-טאג גאר א טייערע געגנט צוליב דעם וואס דער גאנצער לאוער איסט סייד איז געווארן פארשוועמט מיט ארטיסטן וואס בויען טייערע, מאדערנע לוקסוריעזע שענק און פארוויילונגס פלעצער, איבערהויפט "אַרט גאלאריען", וואס ציען באזוכערס פון דער גאנצער וועלט. איז זענען דארט פאראן האטעלן אא"וו. דאס אלץ פירט דערצו אז דער ריעל עסטעיט מארקעט שפרינגט אין הימל אריין. אירע גרעניצען זענען: האוסטען סטריט - צפון. טשיינע טאון מיט קאנאל - דרום. איסט ריווער וואסער - מזרח. באוערי - מערב.
דער לאוער איסט סייד איז אמאל געווען א שפרודלדיגע אידישע געגנט פון מיליאנען אידן.
רוב שולן זענען ליידער פוסט און לער, ווייל עס זענען נישטא גענוג אידן זאלן דארטן קומען דאווענען.
דער פוסק הדור ר' משה פיינשטיין האט דארטן געלעבט. הרב אפרים אשרי, פון די לעצטע תלמידים פונעם חפץ חיים, איז געווען רב אין דעם בית המדרש הגדול, הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק.
דער פרומער אידישער ארטאדאקסישער אסעמבלי ספיקער "שעלי סילווער" וואוינט אויך דארטן זיין גאנץ לעבן, ער איז דארטן געבוירן. און ער איז פרעזידענט אין דער גרויסער שול, "ביאלאסטאק" וואס זיין טאטע איז אויך געווען פרעזידענט דארטן.
ס'זענען אויך דא שפּאנישע שקצים, צוליב די שטאטישע פראזשעקטס דארטן, וואס בלייבט איבער אפילו ווען די פריוואטע פראפערטיס שטייגן.
היסטארישע שולן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ביאלעסטעקער שול. מנינים שבת און אינדערוואכן.
- עלדריזש סטריט שול. (היינט טשיינעטאון) טוריסטן גייד 2 מאל א וואך. מנינים שבת.
- חתם סופר שול - קלינטאן קארנער האוסטען. מנין שחרית אינדערוואכן. שבת פיל.
- ריווינגטאן שול. - ריווינגטאן סטריט צווישן לודלאו און ארטשערד. (צאמגעפאלן אינשורענס געראנגל פארן עתיד.)
- בית המדרש הגדול. מנינים וואכן און שבת.
- ישיבה תפארת ירושלים. (היינט טשיינעטאון.) בית המדרש לתורה ולתפילה.
- סטענטאן סטריט שול. סטענטאן צווישן קלינטאן און ... מנין נאר שבת.
- אנשי חסד - פארקויפט פאר א ספאנישע גוי. (פארוואנדעלט אין ארטיסטן צענטער)
- עטליכע אויף איסט בראדוועי, יאנג איזראעל און נאך אלטע שטיבלעך דערנעבן.
- גארטעלס בעקעריי (התאחדות). - אויף ברום סטריט צווישן עסעקס און לודלוי.
- ר' משה פערלמוטער'ס בעקרייען (התאחדות). - איינס איז אויף גרענד עוועניו פאר מען דרייט זיך קיין וויליאמסבורג בריק קומענדיג פון עפ די אר. און איינס אין איסט וויליזש אויף 2'טע עוועניו צווישן 5 און 6 סטירטן.
דערויסענדיגער לינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שלום בערגער: איסט סייד היינט צוטאגס. [1]
- א טור דורכאויס אלע אינטערסאנטע אטראקציעס פון די אמאליגע אידישער איסט סייד. [2]
ליסטע פון מאנהעטן געגנטן | |
אינוואד · איסט וויליזש · אלף בית סיטי · אנסאויניע · אפער איסט סייד · אפער מאנהעטען · אפער וועסט סייד · באטערי פארק סיטי · באיערי · קארנעגי היל · סיוויק צענטער · קאלאמבוס סירקעל · דיאמאנטן דיסטריקט · גארמענט דיסטריקט · גאווערנערס אינזעל · גרעמערסי · גרינוויטש וויליזש · העמילטאן הייטס · הארלעם · העללס קיטשען · הערלד סקוועיר · האדסאן הייטס · וואשינגטאן הייטס · וועסט וויליזש · טשעלסי · טשיינעטאון · קיפס בעי · קוריע טאון · קאנאל סטריט · לינקאלן סקווער · ליטל דשערמעני · ליטל איטאלי · לאויסייד · לאוער איסט סייד · לאוער מאנהעטן · מאדיסאן סקווער · מאנהעטן וואלי · מאנהעטנוויל · מארבעל היל · מיעט פעקינג דיסטריקט · מידטאון · מארנינגסייט הייטס · מארעי היל · נאהא · נאליטע · פיטער קאגער ווילעדש · פינאנציעלער דיסטריקט · פייו פאוינטס · פלעטיראן דיסטריקט · ראדיו ראוי · רוזעוועלט איילענד · סען דשאן היל · סאהא · ספאניש הארלעם · סטייועסענט טאין · שאגער היל · סאטאן פלעיס · טענדערלאוין · טיימס סקוועיר · טרייבעקע · טודער סיטי · טורטיל בעי · יוניאן סקווער · יארקסוויל |